If you can't read the Yiddish text below, download the pdf-version



די פונדאַציע ייִדיש

  de stichting Jiddisj  

די צילן

די פֿונדאַציע ייִדיש איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1999.  די צילן זענען באַשריבן אינעם גרינדונגס-מעמאָראַנדום בזה-הלשון:

 

אָפּהיטן און עפֿענען פֿאַרן עולם די ייִדישע ביכער-קאָלעקציע פֿון מיראַ ראַפֿאַלאָוויטש ז''ל.

 

דערהאַלטן, באַשיצן און אַנטוויקלען די ייִדישע שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור אין די נידערלאַנדן.

מיראַ ראַפֿאַלאָוויטש איז געווען אַ פּיאָנער אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדיש לשון און קולטור. זי האָט געגעבן אַ שטאַרקן אַימפּולס צו דער אָרגאַניזאַציע פֿון די ייִדישע פֿעסטיוואַלן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין אַמסטערדאַם אין די לעצטע צען יאָר פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. אויך אין איר פּראָפֿעסיע פֿון דראַמאַטורג האָט זי באַוויזן איר קענטשאַפֿט און טיפֿע קרובהשאַפֿט צו ייִדישקייט.

ס'איז געווען איר בפֿירושער וווּנטש, איר ייִדישע ביבליאָטעק זאָל געעפֿענט זײַן פֿאַר יעדער איינעם וואָס איז  צוגעבונדן צו ייִדיש.  

  הינטערגרונט

פֿאַר די וועלט-מלחמות האָבן אַ סך מזרח-אייראָפּעישע, ייִדיש-רעדנדיקע ייִדן געוווינט אין אונדזער לאַנד. זייערע קולטור-אַקטיוויטעטן האָבן איבערגעלאָזן שטאַרקע שפּורן אין דער האָלענדישער געזעלשאַפֿט. אָט אַזאַ באַרײַכערונג טאָר ניט פֿאַרפֿאַלן ווערן.

אויך די אָנערקענונג דורכן אייראָפֿעישן פֿאַרבאַנד, וואָס רעכענט ייִדיש צו די מינאָריטעט-שפּראַכן מיט אַ ווערטפֿולער ירושה, איז איינער פֿון די וויכטיקע עלעמענטן, וואָס די פֿונדאַציע ייִדיש וויל אונטערשטיצן.

טעטיקייטס-באַשלוסן

1.       זיך פֿאַרנעמען מיט דער צוטריטלעכקייט און פֿאַרגרעסערונג פֿון דער מיראַ ראַפֿאַלאָוויטש-ביבליאָטעק, וואָס האָט איר אייגענעם לאָקאַל אין בנין פֿון דער ליבעראַלער ייִדישער קהילה אין אַמסטערדאַם.

 

2.       אָרגאַניזירן  ווייניקסטנס איין מאָל אַ יאָר אַ צוזאַמענטרעף אָדער סימפּאָזיום אַרום אַ באַשטימטער טעמע מיט רעפֿערענטן/מומחים פֿון דער ייִדישער וועלט.

3.       אָרגאַניזירן צוויי מאָל אַ יאָר אַ ליטעראַריש-מוזיקאַליש קאָנצערט אין לאָקאַל פֿון דער ביבליאָטעק.

 

4.       אַרויסגעבן גרינע מדינה, אַ ליטעראַרישע פֿערטליאָרשריפֿט מיט אַרטיקלען און אינפֿאָרמאַציעס פֿון דער ייִדישער וועלט. אין יאָר 2004 איז גרינע מדינה שױן אַרײַנגעגאַנגען אין פֿערטן יאָרגאַנג.

 

5.       איניצייִרן שפּראַך-קורסן פֿאַר אָנהייבער און ווײַטהאַלטערס. פֿאָרמירן נײַע לייען-קרײַזן.

6.      װערבעווען סימפּאַטיקערס, פֿרײַנט, בײַשטײַערערס און סובסידיאַנטן, כּדי אונדזערע טעטיקייטן מקיים צו זײַן.


לײענקרײַזן

זײַט עטלעכע יאָרן פֿונקטיאָנירן אין אַמסטערדאַם שוין צװײ ייִדישע קרײַזן:

אײנער פֿון זײ  איז אַ ליטעראַרישער לײענקרײַז פֿאַר װײַטהאַלטערס;

דער צװײטער איז אַ שמועס-קרײַז, װאָס טוט זיך אָפּ אין בנין פֿון בית-שלום.

 

שפּראַכקורסן

ייִדישע שפּראַכקורסן קומען פֿאָר אין אַמסטערדאַם בײַם פֿאָלקסאוניװערסיטעט, און אין לײדען בײַם יידישן סטודיען-צענטער. 

 


   

homepage Stichting Jiddisj/Grine Medine